כּמעט דרײַ װאָכן פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד ־ אין פּעטערבורג, הײסט עס. איבערגעלעבט נאָך יענע פּריקלוטשעניעס, אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה.
צװישן אַנדערן, געפֿונען אַ העפֿט מײַנע אַלטע לידער, װעלכע כ'האָב אָנגעשריבן אַ יאָר צװעלף צוריק.
***
דערלאַנגט מיר אַ ניגון:
אַ לאַנגן װי אַ טיש,
װי פֿיש אַ טונקעלן, ־
און קײנער װאָלט דאַן ניט געשװיגן.
און ברעמען, אױגן, שטאַמלענדיקע ליפּן
דעם רױם פֿאַרקניפּן אױף פּרוזשינעס פֿון דער צײַט,
פֿון יענער זײַט ־ ביז גאָר אַן אַנדער זײַט,
װוּ שטערנס ריפּן
בליצן.
און נאָכאַמאָל ־
צו סאַמע שפּיצן
פֿון דער אײביקײט.
ריגע
מחשבֿות קלעטערן אַמאָל
פֿון בײדעמער און פֿלוגערס העכער.
ברוקשטיינער ־ טריט, לאַמטערנס ־ קול,
גיסט אָן די צײַט ביז ראַנד איר בעכער.
פֿילשטאָקיק דרימלט יעדער גאַס,
אין הימל ־ בײַטן זיך אַשמרות;
נאָר דער פֿרימאָרגן, קיל און נאַס,
שױן קוקט אַרױס פֿון זײַנע נאָרעס.
און ער פֿאַלט אָן ־ אַרײַן אין קראָם,
באַפֿלעכט דאָס היגע און ניט־היגע.
מיר זענען דאָ. די באַן קומט אָן.
די אַלטע שול, די אַלטע ריגע.
***
דער טײַך און הימל איז אַ שפּיגל,
װוּ אין געװירבל פֿון די קליאָנען,
װעסט זיך דערמאָנען,
זיך דערקאָנען
מיט שטײנערברעג און ציגל גלײַך;
װעסט עפּעס פֿרעגן -
בײמער, ברעגן.
שפּאַציר אין בלײַענע אומזינען -
זאַװאָדן, קראָען,
נאָר מאָרגן מוזסטו דעם באַגינען
אַ שעה פֿאַרטרױען.
המשך קומט...